ארלי לוי-אבעקאסיס
געבורט |
11 נאוועמבער 1973 (אלט 51) ט"ז חשוון ה'תשל"ד בית שאן, ישראל | ||||||
---|---|---|---|---|---|---|---|
מדינה | ישראל | ||||||
פארטיי | ישראל ביתנו, גשר, ארבעטס-פארטיי | ||||||
מאן | ליאור אבוקסיס | ||||||
| |||||||
| |||||||
אָרלי לוי-אַבעקאַסיס (העברעאיש: אורלי לוי-אבקסיס; געבוירן ט"ז חשוון ה'תשל"ד, דעם 11טן נאוועמבער 1973) איז אַן ישראלדיקע פּאָליטיקערין, אַ כנסת דעפוטאט פון דער גשר פארטיי (פריער א דעפוטאט פון דער ישראל ביתנו פארטיי. זי איז א געוועזענע פארזיצערן פון דער כנסת קינדער־רעכט קאָמיטעט. אין מערץ 2017 האט זי רעזיגנירט פון דער ישראל ביתנו פראקציע. ווי אַ רעזיגנירטער פון איר פארטיי, האָט זי ווייטער געדינט אין דער כנסת אלס איין כנסת מיטגליד אָן פֿאקציאָנירונג רעכטן. נאכהער האט זי אויפגעשטעלט די גשר פארטיי.
זי איז דאס ניינטע קינד פון דוד לוי און מוטער רחל לוי, א געוועזענע מיניסטער אין דער ישראל רעגירונג.
משפחה
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]לוי-אבקאסיס איז חתונה געהאט מיט ליאור אבקאסיס און זיי האבן פיר קינדער, פון זיי איז די יינגסטע געבוירן געווארן אין איר צייט אלס חבר-כנסת.
זי וואוינט אין די שלפים קוואַרטאַל, וואָס איז אין דער געגנט פון קיבוץ רשפים און שול אין די עמק המעיינות רעגיאָנאַל ראַט.