אראבישער אלפאבעט

פֿון װיקיפּעדיע

דער אראבישער אלפאבעט איז אן אלפאבעט (אויך גערופן דער אראבישער אבזשאד מיט וואס מען שרייבט די אראבישע שפראך.

דער אלפאבעט האט 28 בוכשטאבן, אלע פון זיי קורסיוו, סיי געשריבן און סיי געדרוקט; געווענלעך זענען די בוכשטאבן אין איין ווארט צוזאמענגעהאפטן. אראביש שרייבט פון רעכטס אויף לינקס. יעדער בוכשטאב האט ביז פיר באזונדערע פארעמען.

אחוץ אראביש, שרייבט מען אויך אנדערע שפראכן מיט וואריאציעס פונעם אראבישן אלפאבעט: קורדיש, פערסיש, אטאמאנישע טערקיש, סינדהי, אורדו, מאליי, פאשטא, ארווי און מאלייאלאם.

א סך בוכשטאבן זען אויס ענלעך אבער זענען געענדערט דורך פינטלעך (i‘jām) אויף אדער אונטער דעם צענטראלן טייל (rasm). די דאזיקע פינטלעך זענען אן אינטערגראלער טייל פונעם בוכשטאב, אזוי ווי זיי אונטערשיידן צווישן בוכשטאבן וואס רעפערעזענטירן באזונדערע קלאנגען. צום ביישפיל, די אראבישע בוכשטאבן טראנסליטערירט ווי b און t האבן די זעלבע גרונטלעכע פארעם, אבער b האט איין פינטל אונטן, ب, און t האט צווי פינטלעך אויבן, ت.