אפיקומן
דער אפיקומן איז דאס לעצטע שטיקל מצה וואס מען עסט ביים סדר פסח ביינאכט, ביים סימן "צָפוּן". מען פירט זיך צו טיילן די מיטעלע מצה אויף צוויי ביים אנהייב פונעם סדר, און די גרעסערע העלפט לייגט מען אוועק פארן אפיקומן.
דער מנהג שטאמט פון דער מצוה פון עסן דעם קרבן פסח ביים סדר אין די צייטן פון דעם בית המקדש, וואס דער דין איז אז נאכן עסן דעם קרבן פסח טאר מען מער נישט עסן קיין שום זאך, אזוי ווי עס שטייט אין דע רמשנה (פסחים י, ח): "אין מפטירין אחר הפסח אפיקומן".
גאנבענען די אפיקומן
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]ס'דא א אלטע מנהג אינעם באלעבאטישע שטובער, אז די קינדער כאפן ארויס דעם אפיקומן פון אונטערן היסב בעט קושעלע, און געבן עס נאר צוריק, מיט א הבטחה פון א מתנה פונעם ראש המשפחה.
שיעור וויפיל מען דארף עסן
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]לויט די ראשונים, דארף מען עסן א כזית פונעם אפיקומן, אזוי ווי יעדע מצווה פון עסן. דער מהרי"ל שרייבט אז לכתחילה זאל מען עסן צוויי כזיתים, אז מען זאל ווערן זאט דערפון. אזוי איז איין כזית קעגן דעם קרבן פסח און דער צווייטער כזית קעגן דעם קרבן חגיגה וואס מען פלעג עסן פסח ביינאכט כדי ווען מען עסט דעם קרבן פסח זאל מען זיין זאט.