לדלג לתוכן

אלטע פייגא טייטלבוים

פֿון װיקיפּעדיע
(אַריבערגעפֿירט פון אלטא פֿייגא טייטלבוים)
אלטע פייגא טייטלבוים
פאך רביצין רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
טויט 2001 רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
רעדאקטירן אין וויקידאטן וואס פארזארגט טייל פון דער אינפארמאציע אין דעם מוסטער

מרת אלטע פייגא טייטלבוים ( ל' ניסן ה'תרע"ב; 17טן אפריל ,1912 - י"א סיון, ה'תשס"א; 2טן יוני, 2001). איז געווען די צווייטע רביצין פון סאטמארער רבי הרה"ק ר' יואל טייטלבוים זצ"ל.

זי איז געבוירן אין יאר ה'תרע"ב מיטן נאמען אלטע פייגא שפירא, אין דער שטאט טשענסטעכאוו פוילן, צו איר פאטער הר"ר אביגדור שפירא, טשענסטכאווער רבי, פון דער קאזשניצער גזע. איר מוטער איז געווען אן אייניקל פון מאור ושמש. זי האט חתונה געהאט מיט'ן סאטמארער רבי י"ג אלול ה'תרצ"ז. דער סאטמארער רבי איז געווען מער פון צוואנציג יאר עלטער פון איר.

דעם סאטמארער רבי'נס טאכטער רויזא'לע איז געווען מער נישט ווי צען יאר יונגער פון דער רביצין, דעריבער האבן זיי זיך קיינמאל פארטראגן[פֿעלט אַ מקור].

אין דער צייט וואס איר מאן האט געלעבט האט זי געשאפן גאר אסאך געלטער פאר צדקה, זי האט דאן אויפגעשטעלט א הכנסת כלה פאנד, וואס האט פארטיילט א יאר שווערע צענדליגער טויזנטער פאר הכנסת כלה, עס איז נישט דא קיין משפחה אין סאטמאר וואס האט נישט הנאה געהאט פון איר הכנסת כלה פאנד, אויך נאך דעם וואס איהר מאן איז נפטר געווארן האט זי געטיילט פאר יעדן ארץ ישראל איד וואס איז געקומען פאר הכנסת כלה עטליכע הונדערט דאלער, און צומאל עטליכע טויזנט דאלער. איר צדקה וחסד איז א וואונדער און א חידוש, אפילו אין די לעצטע יארן אירע פלעגט זי יעדן ערב שבועות ארום פארן און פארטיילן טויזנטער טויזנטער דאלארן פאר נויטבאדערפטיגע.

זי האט אויך אנגעפירט די לעידיס אקזילערי פון סאטמאר און געהאלפן אריינברענגן צענליגער טויזנטער דאלארן פאר די מוסדות סאטמאר, אסאך בנינים פון סאטמאר האט זי אויפגעשטעלט, אין קרית יואל איז דא א בנין וואס זי האט זעלבסט אויפגעשטלעט אהנע הילף פון קיינעם, היינט לערנט דארט די נוירסערי קינדער.

זי איז געווען א פראמינענטע און איינפלוסרייכע פרוי אין סאטמאר אמעריקע, בחייו פון רבינו יואל, ווי זי האט אנגעפירט מיט פילע טעטיקייטן, און געווען פארמישט און אלעם אין סאטמאר.

נאכן הסתלקות פון רבי'ן האט זי זיך אפגעטיילט פון דער נייער הנהגה פונעם ברך משה, און זיך געפירט א זעלבסטשטענדיגע ווירטשאפט, ווי עס זענען געווען שארפע שטרייטן צווישן איר אונעם ברך משה. אירע שטיצער זענען געווען די בני יואל. זייט איר מאן איז אוועק איז איר הויז געווען אפען פאר יעדן, מען האט דארט געקענט אייביג געקענט אריין איבערבייסן אויף גוטע געקאכן און הייסע געטראנקען, אירע שונאים פלעגן זיך טשעפן און אנרופן איר הויז "די טשענסטעכאווער קיך" צוליב דעם וואס מען האט דארט אייביג געהאט צועסן אזוי ווי א קיך.

זי איז אוועק י"א סיון תשס"א, און ליגט לעבן איר מאן אין קרית יואל.

נאך דעם וואס זי איז געשטארבן האט מען איר הויז איבערגעארבייט פאר א בית המדרש װאו הונדערטער אידן פון קרית יואל האבן געדאווענט, מען האט עס גערופן אויף איר נאמען "בית אלטא פיגא".

ווינטער ה'תש"ע, האט דער ראש הקהל פון סאטמאר אין קרית יואל פון די אהרונים פארטיי ר' דוד עקשטיין אריינגעגעבן א קלאגע אין דעם גוי'אישן געריכט אז דאס איז לעגאל נישט קיין בית המדרש, און לעגאל באלאנגט עס צו די אהרונים, דעמאלטס האט דער גוי'אישער געריכט צוגעמאכט איר הויז מיטן בית המדרש.