אינטערעסאנט

פֿון װיקיפּעדיע

אינטערעסאנט איז א מאגאזין אין אידיש, וועלכע ערשיינט איינמאל א חודש. עס ערשיינט זינט פסח, תשע"ט.

די מאגאזין קומט אין א קליינע פארמאט, און ווי עס שיינט צילן זיי די מער פרומערע ציבור, זייענדיג געשריבן אויף א שטארק פרומע ניווא, כאטש איר תוכן קען זיין אינערעסאנט און באלערנד פאר וועם אימער עס געפונט אן אינטערעס אין אידישע היסטאריע און וואוסנשאפט.

די מאגאזין אנטהאלט בעיקר ארטיקלען פון ידיעות, היסטאריע און אפהאנדלונגען וואס האט מיט אידישקייט אדער חסידות, טייל מאל מער אביעקטיוו געשריבן, און צומאל גאר דראמאטיש אראפגעלייגט אידישע שילדערונגען, א שטייגער ווי פונעם צווייטן וועלט קריג א.ד.ג.

אינעם מאגאזין לויפט א קאלום אונטערן נאמען 'חקר היוחסין' פון דער בארימטער אידישע גענעאלאג בעריש וועבער, וואו ער פובליצירט זיינע שטודיעס אינעם געאנאלאגישן פעלד אויף א אקאדעמישע שניט. זיינע ארטיקלען ווערן דערנאך פובליצירט אויפן געוועב.

די שרייבער זענען על פי רוב בני תורה, טייל פון זיי באקאנטע מגידים און שרייבער.



רעפערענצן[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]