אינדוס

פֿון װיקיפּעדיע
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
אינדוס
सिन्‍धु नदी
Indus near Skardu.jpg
לאקאציע
לענדער אינדיע, פאקיסטאן
אייגנשאַפֿטן
לענג 3,180 קילאמעטער
דורכשניטלעכער אויסגאס 6,600 קובישע מעטער א סעקונדע
דרענאזש בעקן 1,165,000 קוואדראט קילאמעטער
לעפצונג אראבישער ים
לענדער אין דרענאזש בעקן כינע
Indus (fleuve).png
רעדאקטירן אין וויקידאטן וואס פארזארגט טייל פון דער אינפארמאציע אין דעם מוסטער OOjs UI icon info big.svg

דער אינדוס (אורדו: سندھ סינדה; אַראַביש: السند אַל-סינד; גריכיש: Ινδός אינדאס) איז דער לענגסטער טייך אין פאקיסטאן און איינער פון די לענגסטער אין אזיע. ער איז לאנג 3,200 ק"מ, און זיין דרענאזש בעקן באדעקט 1,165,000 קוואדראט ק"מ. דער טייך איז דער מקור פונעם נאמען פון אינדיע. דער טייך הייבט אן אין טיבעט, און שטראמט פון דער הימאלייע אין א צפון-מערב ריכטונג דורך קאשמיר, און דערנאך קערט צו דרום לענגאויס פאקיסטאן. דער אינדוס גיסט אריין אינעם אראבישן ים נאנט צו קאראטשי.

באשרייבונג[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

באבור גייט אריבער דעם אינדוס טייך.
Satellite image of Indus River Basin

דער טייך אינדוס פארזארגט וויכטיקע וואסער רעסורסן פאר פאקיסטאנ׳ס עקאנאמיע – ספעציעל פאר פונדזשאב פראווינץ, וואס איז דער מקור פארן גרעסטן טייל פון דעם לאנד׳ס לאנדווירטשאפטלעכער פראדוקציע, און סינדה. דאס ווארט פונדזשאב באדייט "לאנד פון פינף טייכן" און די פינף טייכן זענען דזשעלום, טשענאב, ראווי, בעאס און סוטלעדזש, וואס אלע פֿליסן ענדלעך אין אינדוס אריין. אויך שטיצט דער אינדוס פיל שווערע אינדוסטריעס און גיט די הויפט פארזארג פון טרינקוואסער אין פאקיסטאן.