אין בונד פון לעבן
מראה
אין בונד פון לעבן איז א יודיש בוך פון ליעדער געשריבן דורך משה עטינגער ארויסגעגעהבן דורך פארלאג די ברידער שולזינגער אין יאהר ה'תש"ל אין ניו יארק.
די פאעמען אין דעהם בוך זענען מעהרסטנס קורצע, אבער מיט א שארפן און טיעפן אינהאלט. ער ניצט נישט צו הויעכע ווערטער און מ'פארשטייט גאנץ קלאהר דעהם פונקט וואס ער וויל ארויסברעהנגען.
אינהאלט
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]דער בוך, וואס דער מחבר ווידמעט פאר מרים זיין בת יחידה, איז איינגעטיילט אין די פאלגנדע פינעף אפטיילונגען:
- אייגענע וועלטן, 13 פאעמען
- יידן בויען, אכט פאעמען איבער ארץ ישראל
- צעווייטיקטע הייכן, 23 פאעמען איבער רעליגיע, יודישע שפראך און חסידים
- ווילדע וועלט, זיבעצן פאעמען איבער די זינלאזיגקייט פון מלחמה, ספעציפיש אין וויעטנאם און נאך
- אין אייביקן רייסטער, זעקס און צוואנציג פאעמען
אלע צוזאמען אנטהאלט דאס ביכל 94 זייטן.