לדלג לתוכן

איליה לוריא

פֿון װיקיפּעדיע

איליה לוריא (רוסיש: Илья Лурье) איז אַן ישראלדיקער היסטאָריקער אַ מומחה אינעם געביט פון געשיכטע פון דער חסידישער באַוועגונג, ייִדנטום פון מזרח-אייראָפּע און ארץ ישראל אין דער נײַער צײַט. איליה לוריא איז געבוירן געוואָרן אין 1964 אין לענינגראַד (איצט - פּעטערבורג) אינעם ראַטנפאַרבאַנד. אין 1986 האָט ער פאַרענדיקט דעם אָרטיקן פּאָליטעכנישן אינסטיטוט, און אין 1988 איז איליה לוריא עולה געווען קיין ישראל. ער האָט זיך געלערנט אינעם העברעיִשן אוניווערסיטעט אין ירושלים און פאַרטיידיקט דאָרט זײַן דאָקטאָר-דיסערטאַרציע אויף דער טעמע "ליובאַוויטש און זײַנע מלחמות: די חסידות פון חב"ד אינעם קאַמף פאַרן געשטאַלט פון דער ייִדישער געזעלשאַפט אין צאַרישן רוסלאַנד".

איליה לוריא וווינט אין בית שמש און אַרבעט אַלס אונטעריכטער און רעדאַקטאָר אינעם העברעיִשן אוניווערסיטעט, ווי אויך אינעם אוניווערסיטעט פון חיפה (פּראָיעקט אויף צו באַפאָרשן די געשיכטע פון די ייִדן אין גאַליציע און בוקאָווינע).

זײַנע הויפּט-פּובליקאַציעס

[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]
  • "תולדות יהודי רוסיה. מחלוקות פולין עד נפילת הקיסרות הרוסית, 1772-1917" (רעדאַקטאָר) ירושלים, מרכז זלמן שז"ר, 2012.
  • ספר שבחי הבעש"ט, וויסנשאַפטלעכע אויפלאַגע מיט איבערזעצונג אויף רוסיש (רעדאַקטור, קאָמענטאַרן און הערות), מאָסקווע, 2010.
  • עדה ומדינה. חסידות חב"ד באימפריה הרוסית, תקפ"ח-תרמ"ג: היבטים היסטוריים וחברתיים, ירושלים, 2006 .
  • Сто лет сионизма. Документы и фотографии», Иерусалим – Москва. 1997
  • Иерусалим: история и образ города», Иерусалим, 1995 (צוזאַמען מיט מ.שקלאָווסקי)


  • "התהוותה של הפוליטיקה האורתודוקסית באימפריה הרוסית". (צוזאַמען מיט וו.לעווין) אין: א. לוריא (רעדאַקטאָר), תולדות יהודי רוסיה. מחלוקות פולין עד נפילת הקיסרות הרוסית. ירושלים, מרכז זלמן שז"ר, 2012.
  • "חינוך ואידיאולוגיה: ראשית דרכה של הישיבה החבד"ית" , אין: דוד אסף, עדה רפפורט-אלברט (רעדאַקטאָרן), ירושלים, תשס"ט, עמ' 185-222.

«Пастырь и его стадо: Отношения между хасидским двором и местными общинами любавичских хасидов в XIX в.», Вестник Еврейского Университета 9 (2004).

«Что нам делать с этими несчастными евреями?»: Новые материалы о начале государственного еврейского образования в России», Вестник Еврейского Университета 8 (2003).