איזשביצע
www |
איזשביצע איז א דארף אין לובלינער פראווינץ, מזרח פוילן, בערך 19 ק"מ דרום פון קראסניסטאוו און 59 ק"מ דרום פון לובלין. זײַן באפֿעלקערונג איז 1,933.
איזשביצע ווערט דערמאנט דאס ערשטע מאל אין 1419; אום 1540 איז ער געווארן א שטאט מיט מאגדעבורג רעכט. במשך די יארן האבן יידן באזעצט די שטאט. נאכדעם וואס פוילן איז געווארן צעטיילט אום 1772 איז די שטאט אריבערגעגנגען צו עסטרייך; אום 1809 איז זי צוריק אין דער ווארשעווער הערצאגשאפט. נאך דער מפלה פון נאפאלעאן באנאפארטע איז איזשביצע געווארן א טייל פון קאנגרעס פוילן. אום 1827 האט דאס שטעטל געהאט 51 הייזער און 407 איינוואוינערס, אלע יידן.
נאך ה'ת"ר איז עס געווארן א צענטער פון חסידות, ווייל הרב מרדכי יוסף ליינער האט אריבערגעפירט זיין הויף דארטן (פֿון טאמאשאוו). דער צווייטער איזשביצער רב איז געווען זיין זון הרב יעקב ליינער.