אוצר המדרשים

פֿון װיקיפּעדיע
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

אוצר המדרשים האט געמאכט דער באקאנטער שרייבער און געלערנטער יהודה דוד אייזענשטיין. דער ספר איז צוויי בענדער און מסודר רוב מדרשים אויף סדר הא"ב, דאס הייסט די באקאנטע גרויסע מדרשים ברענגט ער נישט אראפ ער שרייבט נאר עטליכע כללים וואס ער האלט פאר וויכטיג מען זאל וויסן פון דעם מדרש, און די קליינע אומבאקאנטע מדרשים שרייבט ער אביסעל היסטאריא פון די מדרשים.

עס איז מסודר דערין אסאך קליינע מדרשים וואס איז נישט בנמצא, ער האט עס צוזאמענגענומען פון דעם מדרש בית המדרש און פון נאך אלטע ספרים.

דער ספר האט מען אויך געדרוקט מיט הגהות פון הרב חיים קאניעווסקי.