אוניווערסיטעט פון די אנדן (ווענעזועלע)
דער אוניווערסיטעט פון די אַנדן (שפאניש: Universidad de Los Andes, ULA, אוניווערסידאַד דע לאס אַנדעס) איז דער צווייטער עלצטער אוניווערסיטעט אין ווענעזועלע, מיט זיין הויפט קאמפוס פלאצירט אין דער שטאט מערידא, ווענעזועלע. ULA דער גרעסטער כלל־אוניווערסיטעט אין די ווענעזועלישע אנדן, מיט איינע פון די גרעסטע סטודענטן קערפערשאפטן אינעם לאנד.
היסטאריע
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]ULA איז געגרינדעט געווארן לכתחילה ווי א קאטוילישן סעמינאר אום 29סטן מערץ, 1785 דורכן בישאף פון מערידא, פרע הואן ראמאס דע לארא. דע לארא האט גערופן זיין אנשטאלט די "קעניגלעכע סעמינאר קאלעגיע פון סאן בוענאווענטורא פון מערידא". די שולע איז געהעכערט געווארן צום סטאטוס פון "קעניגלעכער אוניווערסיטעט פון סאן בוענאווענטורא פון מערידא דע לאס קאבאלעראס" אום 21סטן סעפטעמבער, 1810, מיט דער רעכט צו שענקען דיפלאמען אין פילאסאפיע, מעדיצין, ציווילער און קאטוילישער געזעץ, און טעאלאגיע. אין 1832, האט דער פרעזידענט פון ווענעזועלע, גענעראל האזע אנטאניא פאעז, אנגענומען אן אקט וואס מאכט דעם אוניווערסיטעט פאר א סעקולערן אנשטאטל.
היינט, טוט דער אוניווערסיטאט פון די אנדן אפערירן צוויי קאמפוסן אין מערידא, מיט עטלעכע טוץ פאקולטעטן פארשפרייט דורכאויס דער שטאט.
אקאדעמיק
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]די אוניווערסיטעט האט ביזגראדירטע פראגראמען אין די קונסטן, וויסנשאפט, ליטעראטור און הומאניסטיק, און נאך, וואס ברענגט צוזאם מער ווי 50,000 סטודענטן און 6,000 פראפעסארן אין די מערידא קאמפוסן.
אקאדעמישע איינסן
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]
|
|
|