אוויטש פאמיליע

פֿון װיקיפּעדיע
שפּרינג צו: נאַוויגאַציע, זוכן

די אוויטש פאמיליע איז געווען א פאמיליע פון צירק אקטיארן וואס האבן איבערלעבט דעם אוישוויץ קאצעט. כמעט אלע פון זיי זענען געווען קארליקעס.

די אוויטשס זענען געווען קינדער פון שמשון אייזיק אוויטש פון מארמאראש. עס איז א אינטרעסאנט שטיקל היסטאריע איבער דעם צווייטן וועלט קריג בכלל, און איבער אוישוויץ בפרט. זיי זענען דעפארטירט אהין אום 15טן מיי 1944. מענגעלע האט זיך אינטערעסירט אין זיי ווייל זיי זענען געווען א משפחה טייל קארליקעס און טייל נארמאלע, און דאס האט גאר גורם געווען אז זיי זאלן כמעט אלע איבערלעבן דעם קריג.