אהרן בלום
מראה
אהרן בלום אדער בעסער וויאזוי די פירמע פלעגט זיך רופן הוצאת ספרים א. בלום איז געווען פון די גרעסטע איבערזעצער פון די אלטע ספרים צום נייעם דרוק, פאלגנד איז א ליסטע פון די גאר פאפולערע ספרים וואס ער איז געווען דער ערשטער דאס איבערצוזעצן אויפן היינטיגן פארמאט.
- משנה ברורה
- קיצור שלחן ערוך
- משניות פרדס אליעזר
וואס עס אינטרעסאנט אנצואווייזן אז טראץ וואס עס איז שוין היינט דא עטליכע אויפלאגעס פונעם משנה ברורה, איז נאך אלס זיין הוצאה דאס מערסטע באנוצט איבער דער גארער וועלט
ווי אויך חוץ די גאר פאפולערע ספרים האט ער אויך צו זיין קרעדיט א פולע ליסטע פון ספרי קודש א שטייגער
- חומש
- חק לישראל, ער האט עס איבערגעדרוקט אין א הערליכן פארמאט אלעס פרים זענען מנוקד מיט ליכטיגע שיינע אותיות, עס איז צושפרייט אין רוב חסידישע בתי מדרשים.
ער איז אריגינאל א תולדות אהרן'ער חסיד. און א ברודער פון דעם באוווסטען מחבר פון די ספרי החיד"א על התורה, און הנהגת החינוך, הרב צבי אלימלך בלום.