אהרן אריה לייב פון פרעמישלאן
מראה
רבי אהרן אריה לייב (לייפער) פון פרעמישלאן זצ"ל (ה'ת"ק - ב' אדר א' ה'תקע"ג) רבי אין פרעמישלאן.
אפשטאם
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]רבי אהרן לייב איז געבוירן אין יאר ה'ת"ק (אומגעפער) צו זיין פאטער רבי מאיר (הגדול) פון פרעמישלאן.
רבנות
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]רבי אהרן לייב איז געווען פון די גרויסע תלמידים פון זלאטשאווער מגיד, אויך האט ער געלערנט ביים נועם אלימלך. שוין אלס רבי איז רבי אהרן לייב געפארן צום בארדיטשאווער רבין, און צום רבין רבי מענדעלע פון רימאנאוו.
נאך זיין פאטער'ס פטירה אין יאר ה'תקמ"א האבן די חסידים אויף גענומען רבי אהרן לייב אלס רבי אויף זיין פאטער'ס ארט.
הסתלקות
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]אין יאר ה'תקע"ג האט רבי אהרן לייב געקרעכטס, "די אדרן ציען מיר!", נאכדעם וואס ער איז נפטר געווארן - ב' אדר א' ה'תקע"ג - האט מען הערשט פארשטאנען וואס ער האט געמיינט.
זיין פאמיליע
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]רבי אהרן לייב האט געהייראט מרת יענטע. זייערע קינדער:
- הרב יצחק לייפער (ה'תק"ל - ו' שבט ה'ת"ר) פון קאלוש.
- הרב ישכר בערטשע ( - ג' אלול ה'תר"ח), פון נאדווארנא.
- הרב ישראל ( - כ"ה אדר ה'תר"ם), פון קאלוש.
- הרב שלמה ( - י"א ניסן ה'תרכ"ח), פון חברון.
- הרב מיכל
- הרב דוד אייזעקסאהן ( - א' חשון ה'תרס"ח), פון ראמאן
- הרב משה פון קאלוש.
- הרב אהרן לייב.
- מרת רחל, די ווייב פון הרב צבי פון קאלוש.
- מרת חנה לאה, די ווייב פון הרב אהרן לייב רעדליך.
- הרב מאיר פון פרעמישלאן ( - כ"ט אייר ה'תר"י).
- הרב צבי
- מרת רוחמה לאה די ווייב פון הרב יוסף יוסקא ( - ח' טבת ה'תרי"ח), פון לאשקאוויץ.
- מרת רעכיל די ווייב פון הרב יחיאל מיכל ( - כ"ו כסלו ה'תרכ"ז) פון גלינא.
- מרת אסתר צינא די ווייב פון הרב צבי פרענקל ב' טבת ה'תרט"ז.
- די ווייב פון הרב חיים אברהם רעדליך ( - י"ח ניסן ה'תרל"א), פון מיקאליאוו.
- מרת מרים חיה ( - כ"ה אדר ה'תרס"ג), די ווייב פון הרב יואל מאשקאוויטש ( - י"ג ניסן ה'תרמ"ו) פון שאץ.
- הרב דוב בער, פון ברעזאן.
- מרת זיסל די ווייב פון הרב שלמה פון מיקאליאוו
זעט אויך
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]רעפערענצען
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]- פנים מאירים