אדם הראשון
קבורה ארט | מערת המכפלה |
---|---|
אדם הראשון איז געווען דער ערשטער מענטש אויפן ערד קוגל.[1] די ערשטע פרוי אויפ'ן ערד קוגל איז געווען אדם הראשון'ס ווייב מיטן נאמען חווה. ווען גאט האט געזעהן אז פאר אדם הראשון פעלט א פּאָר האט ער גענומען איינע פון אדם'ס ריפּן און מיט איר באשאפן זיין ווײַב, אזוי ווי עס שטייט אין די תורה: ”וַיֹּאמֶר אֱלֹהִים, נַעֲשֶׂה אָדָם בְּצַלְמֵנוּ כִּדְמוּתֵנוּ; וְיִרְדּוּ בִדְגַת הַיָּם וּבְעוֹף הַשָּׁמַיִם, וּבַבְּהֵמָה וּבְכָל-הָאָרֶץ, וּבְכָל-הָרֶמֶשׂ, הָרֹמֵשׂ עַל-הָאָרֶץ. וַיִּבְרָא אֱלֹהִים אֶת-הָאָדָם בְּצַלְמוֹ, בְּצֶלֶם אֱלֹהִים בָּרָא אֹתוֹ: זָכָר וּנְקֵבָה, בָּרָא אֹתָם” ( (בראשית א, כו-כז) )
אדם מיט חווה האבן געהאט צום ווייניגסטן דריי קינדער: קין, הבל און שת.
אדם הראשון האט געלעבט ניין הונדערט און דרייסיג יאר, אין תלמוד בבלי שטייט אז אדם הראשון האט געדארפט לעבען טויזנט יאר נאר ער האט אוועקגעגבן זיבעציג יאר פאר דוד המלך.
רעפערענצן
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]