אדלערפיש

פֿון װיקיפּעדיע
אַן אָדלערפֿיש
Sciaena aquila

דער אָדלערפֿיש איז אַ גרױסער ים–פֿיש (ביז 5 פֿוס די לענג) װאָס געפֿינט זיך אין די װאַסערן אַרום אײראָפע און אין מיטלענדישן ים. שװימט סטאַדעװײַז. געשמאַק צום עסן. בײַם שװימען זאָל אַרױסגעבן קלאַנג װאָס דערמאָנט אין אָדלער–געשרײ. Sciaena aquila.