אדלער

פֿון װיקיפּעדיע
שפּרינג צו: נאַוויגאַציע, זוכן
גאלדענער אדלער

דער אָדלער (Aquila) איז א גרויסער רויבפויגל פון דער זעלבער משפחה ווי דער פאלק און דער גריף. ער טוט יאגן בייטאג און ער זעט זייער גוט.

דער ליסער אדלער איז א גרויסער אדלער פון צפון אמעריקע מיט א העל ווייסן קאפ און וויידל. ער איז דער נאציאנאלער פויגל פון די פאראייניקטע שטאטן. ער עסט פיש.

דער גאלדענער אדלער געפינט זיך איבער דער גארער וועלט; ער עסט קליינע מאמאלן.

אין אויסטראליע איז דא דער קלין-וויידל אדלער, דער גרעסטער רויבפויגל אין אויסטראליע, מיט א פליגל-ברייט פון 2 מעטער. זיי באפאלן אנדערע פייגעלעך, שרצים און קיניגלעך. מיט זייערע שארפע קלויען קענען זיי צעשניידן א יונגע קאנגארו.