אדאבי

פֿון װיקיפּעדיע
לאגא

אַדאָבי (ענגליש: Adobe) איז א קאמפיוטער פראגראם פירמע וואס איז געגרינדעט געווארן אין דעצעמבער 1982 דורך דזשאן ווערנאק און טשארלס געטשקי.

די ביידע האבן געעפנט אדאבי נאכן פארלאזן די זיראקס פארק כדי צו עפענען א פרישע עפאכע פון קאמפיוטער ווייכווארג אויפן פאסטקריפט שפראך, וואס איז בעיקר נוצליך צו דרוקן אילוסטראציע און טעקסט.

די פירמע נאמען "Adobe" איז נאכן טייך אדאבי (Adobe Creek) וואס איז געווען נעבן דעם הויז פון איינער פון אירע גרינדער. די הויפטקווארטיר איז אין שטאט סען דזשאסע אין קאליפארניע. אין יאר 2004 האבן אדאבי ארבעטער זיך געציילט צו 4000, מער ווי האלב אין סען דזשאסע. אדאבי האט נאך פיליאלעס אין אנדערע שטעט.

ביזן יאר 2005 זענען מאקראמעדיע און אדאבי געווען קאנקורענטן, וויבאלד ביידע האבן פאבריצירט גראפיקס פראגראמען. יענע יאר האט אדאבי אפגעקויפט מאקראמעדיע, און אין אדאביס וועבזייטל קען מען טרעפן לינקען צו מאקראמעידיע און אויך פארקערט.

פראדוקטן[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

די פראדוקטן אינעם פארגאנגענהייט פון מאקראמעדיע:

וועבלינקען[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]