אבו נואס
מראה
געבורט |
756 איראן |
---|---|
טויט |
814 (אלט 58 בערך) באגדאד, אבאסישער כאליפאט |
מדינה | אבאסישער כאליפאט |
פאך | דיכטער, שרייבער |
אַלחאַסאַן איבן האַני אַלחאַקאַמי (אראביש: الحسن بن هانئ الحكمي), באוואוסט ווי אַבו נואַס أبو نواس (750 - 810 אדער 815) איז געווען אן אראבער דיכטער.[1]
ער האט געהערשט אין אלע סטילן פון דיכטונג אין דער קלאסישער אראביש שפראך. טייל פון זיינע פארפאסונגען זענען געווארן אריינגענומען אין די טויזנט און איין נעכט מעשה'ס.
אבו נואס איז געבוירן געווארן אין דער שטאט אהוואז אין היינטיקן איראן. ער האט נישט געקענט זיין פאטער, אן אראבער מיטן נאמען האַני, וואס האט געדינט ווי א זעלנער אין דער ארמיי פון מארוואן דער צווייטער. זיין מוטער איז געווען א פערסער וואס האט געהייסן גאלבאַן, א וועבערקע.
ווען ער איז נאך געווען א קינד האט זיין מוטער פארקויפט אים ווי א שקלאף צו א תימנער מענטש, צו ארבעטן אין זיין געוועלב אין באסרא.
- ↑ Esat Ayyıldız. "Ebû Nuvâs’ın Şarap (Hamriyyât) Şiirleri". Bozok Üniversitesi İlahiyat Fakültesi Dergisi 18 / 18 (2020): 147-173.