לדלג לתוכן

איבן רושד

פֿון װיקיפּעדיע
(אַריבערגעפֿירט פון אִבְּן רַשְׁד)
איבן רושד
ابن رُشد
געבורט 14 אפריל 1126
קארדאבע, Q75613 רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
טויט 10 דעצעמבער 1198 (אלט 72)
מאראקעש, Q199688 רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
פאך פילאסאף, דאקטער, אסטראנאם, ריכטער, לערער, שרייבער רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
רעדאקטירן אין וויקידאטן וואס פארזארגט טייל פון דער אינפארמאציע אין דעם מוסטער
Colliget

איבן־רושד (פולער אַראַבישער נאָמען: أبو الوليد محمد بن أحمد بن رشد, אַבו אַל־וואַליד מוכאַמאַד איבן אַכמאַד איבן רושד, אויך באַקאַנט מיטן לאטיינישן נאָמען Averroes, אַוועראוּס; 1126 – 1198) איז געווען אַ מוסולמענער דאָקטער און פילאָזאָף, וואָס האָט געהאַט אַ שטאַרקע ווירקונג אויף דער אייראָפּייאישער פילאָזאָפיע פון דעם מיטל־אַלטער.

געבאָרן איז ער אין קאָרדאָבע, די דעמאָלסדיקע הויפּטשטאָט פון דעם מורישן קעניגרייך אין שפּאַניע. אַ תקופה האָט ער געדינט אַלס וויזיר אין קאָרדאָבע, און שפּעטער אַלס הויפּט ריכטער אין מאַראָקע. צוליב זײַנע אמונות האָט מען עם פאַרפאָלגט און אַרײַנגעזעצט אין תפיסה, און ער איז באַפרײַט געוואָרן ערשט נאָכדעם וואָס ער האָט צוריקגעצויגן עטלעכע פון זײַנע שיטות. ער איז געווען באַפרײַנדעט מיטן פילאָזאָף איבן־טופײַל, וועלכע האָט עם רעקאָמאַנדירט פאַרן קעניג אַלס זײַן פאַרטרעטער אין דער וויזירשאַפט.

ער האָט שטודירט יוריסטווע, געשריבן דיכטונגען, און איז געווען פאַררעכנט אַלס דער גרעסטער געלערנטער אין זײַנע צײַטן. זײַנע ווערק שליסן אײַן כתבים אין רפואה, נאַטור־וויסנשאַפטן, פילאָזאָפיע, יוריסטווע, און מאַטעמאַטיק, אָבער ער איז באַוואוסט דערהויפּט פאַר זײַנע פירושים און קריטיק אויף די ווערק פון אַריסטאָ, צו וועלכע די געלערנטע אין יענע צײַטן פלעגן זיך באַציען מיט אַ חרדת־קודש.

זײַן פילאָזאָפישע שיטה

[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

איבן־רושד האָט געפּרואווט פאַרענטפערן אַריסטאָס פילאָזאָפיע אַז עס זאָל קיין סתירה ניט זײַן צום איסלאַם. לויט זײַן מיינונג, זײַנען רעליגיע און פילאָזאָפיע צוויי שליאַכן וועלכע פירן צו איין און דעם זעלבן אמת. ער איז געבליבן געטרײַ דער טראַדיציאָנעלער אַריסטאָטעלישער מסורה, און האָט שטאַרק אַטאַקירט איבן־סינאַ'ן וואָס ער האָט אַרײַנגעמישט עלמענטן פון דעם איסלאַמישן קאַלאַם אין זײַן פילאָזאָפיע. ווי אַריסטאָ, האָט ער געגלייבט אַז דער אוניווערס איז אַ קדמון (דאָס הייסט, אַז ער האָט אייביק עקזיסטירט און איז קיינמאָל ניט באַשאַפן געוואָרן), און האָט אויך באַהויפּטעט אַז דער מענטשלעכער זעל באַשטייט פון צוויי טיילן - דער פּערזענלעכער זעל וועלכע שטאַרבט צוזאַמען מיטן גוף; און דער געטלעכער טייל, וועלכער איז אַ געמיינזאַמער נשמה פאַר דער גאַנצער מענטשהײַט (ווי די שיטה פון איבן־באַדזשאַ, להיפוך פון איבן־סינאַ).

דער וועלטס אייביקײַט איז פאַרבונדן מיט די נאַטור געזעצן וועלכע בייגן זיך קיינמאָל ניט. ווי עס שײַנט, האָט איבן־רושד געהאַלטן פון דעטערמיניזם.