תרח

פֿון װיקיפּעדיע
שפּרינג צו: נאַוויגאַציע, זוכן

תרח (ארויסזאגענדיג טעֶראֵך) (געלעבט 205 יאר: א'תע"ח - ב'פ"ג) איז דער טאטע פון אברהם אבינו.

תרח האט געהאט דריי זין, נחור, אברם און הרן.

הרן, דער אינגסטער (רמב"ן), האט געבוירן, צוויי טעכטער מִלכָּה און שרה מיט איין זון, לוט.

הרן'ס צוויי עלטערע ברודער האבן חתונה געהאט מיט זיין צוויי טעכטער, נחור האט גענומען מלכה און אברם האט גענומען שרה.

נחור האט געבוירן א זון, בתואל.

בתואל האט געבוירן רבקה מיט לבן.

לבן האט געבוירן לאה מיט רחל.

לויט איין דעה איז שרה געווען דער טאכטער פון תרח, פון אן אנדערן ווייב.

תרח איז געווען א כומר און האט האט געדינט עבודה זרה. צום סוף תשובה געטאן.