רחל

פֿון װיקיפּעדיע
שפּרינג צו: נאַוויגאַציע, זוכן

די מאמע רחל איז געווען דאס באליבטע ווייב פון יעקב. זי האט געהאט צוויי קינדער:יוסף און בנימין.

קול ברמה נשמע [באַאַרבעטן]

ירמיהו דער נביא האט געזאגט אין נאמען פון גאט (100 יאר-) נאך וואס די עשרת השבטים האבן גולה געוועזן, הערט זיך א קול פון רחל ווי זי וויינט אויף אירע קינדער די עשרת השבטים וואס האבן גולה געוועזן, און ווי גאט טרייסט איר און זאגט צו אז אין דער צוקונפט וועלן זיך אלע אומקערן צוריק קיין ארץ ישראל: כֹּה אָמַר יְהוָה, קוֹל בְּרָמָה נִשְׁמָע נְהִי בְּכִי תַמְרוּרִים--רָחֵל, מְבַכָּה עַל-בָּנֶיהָ; מֵאֲנָה לְהִנָּחֵם עַל-בָּנֶיהָ, כִּי אֵינֶנּוּ. כֹּה אָמַר יְהוָה, מִנְעִי קוֹלֵךְ מִבֶּכִי, וְעֵינַיִךְ, מִדִּמְעָה: כִּי יֵשׁ שָׂכָר לִפְעֻלָּתֵךְ נְאֻם-יְהוָה, וְשָׁבוּ מֵאֶרֶץ אוֹיֵב. וְיֵשׁ-תִּקְוָה לְאַחֲרִיתֵךְ, נְאֻם-יְהוָה; וְשָׁבוּ בָנִים, לִגְבוּלָם ספר ירמיהו ל"א.


די פסוקים ווערן איבערגעחזרט און געזונגען צו דערמאנען די נבואה אז כלל ישראל וועט זיך אומקערן פון גלות.

קבר רחל [באַאַרבעטן]

די אנגענומענע דעה איז אז רחל איז געשטארבן י"א מרחשון ב'ר"ח אין אפרת צווישן בית לחם מיט שכם וַתָּמָת רָחֵל וַתִּקָּבֵר בְּדֶרֶךְ אֶפְרָתָה הִוא בֵּית לָחֶם. וַיַּצֵּב יַעֲקֹב מַצֵּבָה עַל קְבֻרָתָהּ הִוא מַצֶּבֶת קְבֻרַת רָחֵל עַד הַיּוֹם בראשית ל"ט אבער לויט ספר שמואל איז זי באגראבן געווארן אין רמה וואס ליגט צפון פון ירושלים קְבֻרַת רָחֵל בִּגְבוּל בִּנְיָמִן, בְּצֶלְצַח שמואל א' (פרק י') .