שרה הורוויץ

פֿון װיקיפּעדיע
שפּרינג צו: נאַוויגאַציע, זוכן
רבה שרה הורוויץ

שרה הורוויץ איז א רוחניות'דיגע קהילה פירער ("רבה") אין די היברו אינסיטוטוציע פון ריווערדעיל, ניו יארק, און איז דעקאן פון ישיבת מהר"ת, ריווערדעיל, ניו יארק.

זי איז די ערשטע פרוי אין די מאדערן ארטאדאקס באוועגונג צו געקרוינט ווערן אלס ראביי.

רעבע הורוויץ איז געבוירן געווארן אין יאהאניסבורג, דרום אפריקע. זי האט גראדואירט פון בערנארד קאלעדזש. זי האט חתונה געהאט מיט דזשאש אבראהאם, און האט מיט אים דריי קינדער, יונה, זכריה און דוד.

זי האט באקומען סמיכה אין יוני 2009 פון רבי אבי ווייס און ער האט איר באטיטלט "מהר"ת".

אין פעברואר 2010 האט ראביי ווייס דערקלערט אז ער טוישט הורוויץ'ס טיטל צו "רבה", אזוי אז מען זאל אנערקענען אז זי פארמאגט פולע רב'נישע מעגליכקייטן. דאס האט אויסגערופן גרויס אויפברויז ביי די מער רעכט גענויגטע ארטאדאקסישע קהילות און איז געווארן קריטיקירט דורך אגודת ישראל ד'אמעריקע און דורך די RCA. צוליב די קריטיק האט ווייס אנאנסירט אז ער וועט מער נישט געבן נאכאמאל די טיטל "רבה" פאר א פרוי.

וועבלינקען[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]