שקלאפעריי

פֿון װיקיפּעדיע
שפּרינג צו: נאַוויגאַציע, זוכן

שקלאַפֿערײַ איז אן עקאנאמישע סיסטעם וואו א מענטש, דער שקלאַף, ווערט דער אייגענטום פון א צווייטן מענטש, און מוז ארבעטן פאר זיין האר אן געהאלט. דער שקלאף איז נישט בעל־הבית אויף זיין צייט נאר מוז טון וואס זיין האר הייסט אים. אפטמאל האט ער איבערהויפט נישט קיין רעכט.

דער פערטער פאראגראף פון דער אלוועלטלעכער דעקלאראציע פון מענטשרעכט אסרט שקלאפעריי און האנדלען מיט שקלאפן. היינט האבן אלע לענדער געזעצן קעגן שקלאפעריי, אבער דאך זענען מענטשן געהאלטן ווי שקלאפן אין א טייל דריטע וועלט לענדער.

שקלאפעריי אין אוראלט גריכנלאנד אין רוים[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

אין אוראלט גריכנלאנד און רוים איז געווען איינגעפירט די סיסטעם פון שקלאפעריי. ווען איינער האט געהאט א שקלאף האט ער געקענט אים פארקויפן צו א צווייטן אדער איבערלאזן א ירושה פאר זיינע קינדער. ס'איז געווען מעגלעך אפצוקויפן אלס שקלאפן מלחמה געפאנגענע און מענטשן געכאפט דורך פיראטן. קינדער געבוירן צו שקלאפן האבן געהערט צו די אייגנטימער פון די עלטערן.

ס'איז געווען א מעגלעכקייט פאר א שקלאף צו ווערן באפרייט. דער רוימישער קייסער פערטינאקס איז געווען א זון פון א באפרייטן שקלאף.

שקלאפעריי אין אפריקע[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

מיטן פארשפרייטן פון איסלאם אין אפריקע האבן די אראבישע שקלאף־הענדלער געפירט א מסחר פון אפריקאנער שקלאפן וואס זיי האבן אימפארטירט אין דעם אראבישן האלבאינזל. אויך שווארצע האבן געכאפט אנדערע שווארצע צו ווערן שקלאפן.

אין יידישקייט[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

Postscript-viewer-shaded.png זעט די הויפּט ארטיקלען – עבד עברי, עבד כנעני

אין הלכה זענען דא די באגריפן פון עבד עברי און עבד כנעני. אן עבד עברי איז נישט קיין שקלאף. ער איז א ייד וואס האט זיך פארקויפט צו ארבעטן ווייל עס פעלט אים געלט, אדער וואס בית דין האבן אים פארקויפט צוליב דעם וואס ער האט געגנבעט און האט נישט מיט וואס צו באצאלן. אן עבד עברי איז באגרענעצט צו ארבעטן זעקס יאר, דערנאך גייט ער ארויס פריי. זיין האר טאר נישט געבן אויף אים מער ארבעט ווי א געדינגענעם ארבעטער, און מוז אים אויסהאלטן, מיט זיינע ווייב און קינדער, אין גאנץ גוטע צושטאנדן.

אנדערש איז דער עבד כנעני, וואס איז דער אייגנטום פון זיין האר, און די תורה זאגט "לעולם בהם תעבודו", מען טאר נישט באפרייען אן עבד כנעני. דאך האט דער עבד געוויסע רעכטן. טאמער זיין האר שעדיגט אים און צוקלאפט זיין אויג, צאן, פינגער, אא"וו, ווערט דער עבד באפרייט. אויך האט דער האר נישט קיין רעכט צו הרגענען זיינס אן עבד, און ער וועט ווערן געמשפטעט אויף דעם.

די תורה הייסט מגייר זיין לשם עבדות אן עבד, ד"ה ער מוז אים מלען און דער עבד ווערט באפליכטעט אין אלע מצוות וואס א פרוי דארף האלטן.

אין מצרים[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

די תורה ברענגט אז ווען די יידן זענען געווען אין מצרים, האבן די מצריים געהאלטן זיי ווי שקלאפן צו בויען שטעט און סקלאדן.