שערי ישר

פֿון װיקיפּעדיע
שפּרינג צו: נאַוויגאַציע, זוכן

שערי ישר איז א לומד'יש ספר נתחבר דורך הגאון ר' שמעון יהודה שקאפ פון די גדולי ליטא.

עס איז צום ערשט ערשיינען אין יאר תרפ"ח אינעם לעבן פונעם מחבר וועלכע האט געשריבן א לענגערע הקדמה.

צו דער דריטער אויפלאגע אין ניו יארק וואו עס איז צוגעלייגט געווארן תיקונים און מפתחות, האט זיין זון משה מרדכי געשריבן א קורצע הקדמה.

עס אנטהאלט זיבן שערים אין די ענינים פון ספקות, רובא און חזקה, און אין דיני עדות.

אינעם ערשטן באנד האט ער פיר שערים. די ערשטע שער "שער הספקות" אנטהאלט צוויי און צוואנציג פרקים. און אזוי אויך די צווייטע שער "שער החזקות" אנטהאלט אויך צוויי און צוואנציג פרקים.

די דריטע שער אנטהאלט זיבן און צוואנציג, און די פערדע דרייצן.

ס"ה באשטייט דער ערשטער באנד פון דריי הונדערט און דריי און פערציג זייטן.

אין יאר תש"ע האט דניאל מאיר אסיג פון ירושלים איבערגעדרוקט די ערשטע צוויי שערים מיט הגהות והוספות.