שמירה (פילם)
שמירה (ענגליש: The Vigil) איז א אמעריקאנער כשר'ער שוידער פילם, אויף ענגליש און א טייל אין יידיש, געשפילט דורך פראפעסיאנעלע אקטיארן.
א געשיכטע וועגן א מזיק וואס האט געשוועבט אינעם שטוב פון א עלטערע פארפאלק - מלחמה איבערלעבער; ווען דער אלטער איז געשטארבן, האט דער רב געצאלט פאר א יונגער אויסווארף, אז ער זאל היטן - ווי די הלכה פארלאנגט - אויפ'ן טויט'ן קערפער. און דער קאַמף צווישן רעאליטעט און אילוזיע, וואס ס'האט זיך דארט אפגעשפילט איבער'ן נאכט, איז א אויספירליכע צאפעל'דיגע געשיכטע.
דער פילם איז געשריבן און רעזשיסירט דורך קיט טאמאס, און פראדוצירט דורך דעני פֿינקלמאַן - דירעקטאר פונעם 'ספּאַרקס-נעקסט' פילעם פּראָדוקציע פירמע.
אקטיארן
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]- לין כהן ווי מרת ליטוואק
- דעיוו דעוויס ווי יעקב רונן
- מנשה לוסטיג ווי ר׳ שלום
- נתי רבינוביץ
- משה לובל ווי לייזער
- פרעד מלמד ווי דער דאקטאר
אום דעצעמבער 2019 איז די ווידזשעל אויפגעשפילט געווארן צום ערשטן מאל, אין דער טאראנטא אינטערנאציאנאלער פילם-פעסטיוואל, שפעטער אינעם 'אינטערנאַציאָנאַלע פאַנטאַסטיש פילם פעסטיוואַל - אין געראַרדמער פראנקרייך, און אום מרץ 2020 אין סאַוט-ביי-סאַוטוועסט פעסטיוואל אין אסטין טעקסאס.
צוליב דעם קאראנאווירוס אויסברוך, איז אביסל פארשפעטיגט געווארן די צייט פלאן, און אום יולי 2020 האט ער געשפילט אין עטליכע לענדער אין אייראפע; אין גרויסבריטאניע, אין פראנקרייך, אין דייטשלאנד. אום 26סטן פעברואר 2021, וועט ער שפילן אין די פאראייניגטע שטאטן.
וועבלינקען
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]- דאס פילם-טרעילער
- די שמירה-פילם אין דער אינטערנעץ-פילם-דאטנבאזע
- דער פילם אינעם sxsw פאָרפּלאַן פארום
דער ארטיקל וועגן א פֿילם טעמע איז א שטומף. ביטע העלפֿט וויקיפעדיע אים פֿארברייטערן. |