שמואל קאמינעצקי

פֿון װיקיפּעדיע
שפּרינג צו: נאַוויגאַציע, זוכן

הרב שמואל קאַמינעצקי (געב' ה'תרפ"ה) איז ראש ישיבה פון דער פילאדעלפיער ישיבה, פון וואס ער איז איינער פון די גרינדער. ער איז איינער פון די מערסטע באוואוסטע ליטווישע גדולים אין חוץ לארץ, און איז א מיטגליד אין דער מועצת גדולי התורה פון אמעריקע. הרב שמואל איז א זון פון דעם אמעריקאנער גדול הרב יעקב קאמינעצקי (תרנ"א - תשמ"ו).

ביאגראפיע[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

הרב קאמינעצקי האט געלערנט אין דער נר ישראל ישיבה אין באלטימאר אונטער הרב יעקב יצחק רודערמאן, זיין פאטערס א קוזין. נאכהער איז ער געווארן א תלמיד מובהק פון רבי אהרן קאטלער אין לייקוואוד.