לדלג לתוכן

שלמה גאלדמאן

פֿון װיקיפּעדיע
רבי שלאמקע זוועהילער
געבורט 1869
ה'תרכ"ט
זוועהיל, אוקראינע רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
טויט 1945 (אלט 76 בערך)
כ"ו אייר ה'תש"ה
ארץ ישראל, ישראל רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
קבורה ארט יידישע בית עולם פון הר הזיתים רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
באשעפטיגונג זוועהילער רבי
רעדאקטירן אין וויקידאטן וואס פארזארגט טייל פון דער אינפארמאציע אין דעם מוסטער

רבי שלמה גאלדמאן מער באוואוסט אלס רבי שלאמקע זוועהילער (ה'תרכ"ט - כ"ו אייר ה'תש"ה, 1869 - 1945), איז געווען דער פערטער זוועהילער רבי. אין זיינע לעצטע יארן האט ער אויפגעשטעלט דאס זוועהילער חסידות אין ירושלים. ער איז געווען אן אייניקל פון רבי מיכל זלאטשאווער, איינער פון די תלמידי בעל שם טוב.

ירושלימער יודן פארציילן אויסטערליש וואונדערליכע זאכן איבער אים.

רבי שלמה איז געווען דער זון פון רבי מרדכי זוועהילער, דריטער זוועהילער רבי און שטאטס רב פון זוועהיל. און זיין מוטער די טאכטער פון רבי שלמה גראנאווער.

רבי שלמה האט געהייראט די טאכטער פון רבי אלטער פון דאוויד-האראדאק. זייערע קינדער:

  • רבי גדליה משה, זיין נאכפאלגער זוועהילער רבי.
  • רבי מרדכי
  • די ווייב פון רבי שמואל מרדכי פון סטאבוכווע

זיינע תולדות איז געדרוקט אינעם ספר צדיק יסוד עולם וועלכער איז ארויסגעגעבן דורך הרב דוד ווערנער אין אייר תשמ"ו און איז דערנאך איבערגעדרוקט געווארן דורך מוסדות זוועהיל אום תשס"ו.