שלאק
מראה
שלאק איז א צודעק פאר א סוכה, געמאכט צו באשיצן די סוכה פון רעגן.
- אויך איז דאס א שפּעֶט-נאמען אויף א פרוי וואס איז שלעכט. זי איז א שלאק, דאס מיינט געווענליך אז מען קען זיך נישט דורכקומען מיט איר.
- צוליב וואס הלכות סוכה פארלאנגט אז די דאך פון די סוכה זאל זיין אונטערן הימל, און מענטשן ווילן נישט אז זייער סוכה זאל נאס ווערן ווען עס גייט א רעגן, מאכט מען א שלאק וואס איז א דאך וואס מען קען גרינג עפענען ווען עס רעגנט נישט, און צומאכן ווען עס רעגנט יא.
סארטן שלאק
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]עס זענען דא עטליכע סארטן שלאק. דאס רוב זענען געמאכט פון שטאף וואס לאזט נישט אדורך וואסער, און מען קען דאס נייען און בייגן.
עס זענען דא בעיקר צוויי וועגן פון מאכן א שלאק מיט די שטאף.
- אויף א פארעם, וואס מען בויעט א פארעם - געווענליך פון האלץ - אזוי גרויס - אדער אביסל גרעסער - ווי די דאך פון די סוכה, און מען טשעפעט צו די שטאף צו די עקן פון די פארעם. די פארם איז צוגעטשעפעט צו איין זייט פון די דאך פון די סוכה אויף אנגלען, אויף די זייט וואס איז אנטקעגן איבער די אנגלען בינדט מען צו א שטריק וואס איז איינגעפעדעמט אין א רעדל וואס קומט אן כאטש אזוי הויך ווי די שלאל ווען עס איז אפען. ווען מען שלעפט די שטריק הייבט דאס אויף די שלאק, און אז מען בינדט דאס צו האלט זיך דאס אפען.
- אויף א רער, מען טשעפעט צו די שטאף צו א דיקע רער פון בערך 3 אינטשעס דיק. און די אנדערע עק פון די שטאף טשעפעט מען צו צו א שטיק האלץ. די שטיק האלץ ליגט אביסל העכער - בערך 3 פיס - ווי די דאך פון די סוכה ביי איין זייט. נוצענדיג העלצער וואס ליגן אויף די האלץ און צוגעטשעפעט צו די דאך אנטקעגן איבער פון די האלץ - אזוי אז די העלצער זענען שיף - שפרייט מען אויס די שטאף אויף די דאך פון די סוכה איבער די שיפע העלצער. כדי מען זאל קענען גרינג עפענען און צומאכן די שלאק נוצט מען שטריק. די חכמה אין די שלאק ליגט אין איינפעדעמן די שטריק, און מאכן זיכער אז עס קען גרינג צוגעמאכט ווערן. מען ניצט צוויי שטריקן, איינס אויף צו עפענען און איינס אויף צו צומאכן. די שלאק ווערט פארמאכט דורך דעם וואס מען - נוצענדיג די שטריק - דרייט די שטאף ארויף אויף די רער. דאס טוט מען דורך דעם וואס מען בינדט צו די שטריק אונטער די שלאק גאנץ אויבען ביי די האלץ, מען ברענגט דאס ארום די שלאק צו די זעלבע האלץ אבער די מאהל העכער די שלאק. נוצענדיג א רעדל לייגט מען די שטריק און די רעדל, יעצט ווען מען שלעפט די שטריק דרייט דאס צוזאם די רער מיט די שטאף. כדי צו קענען עפענען די שלאק, בינדט מען איין א שטריק אינמיטן פון די רער, אזוי ווען עס דרייט זיך צוזאם דרייט זיך די שטריק מיט. ווען מען שלעפט די שטריק דרייט זיך די רער אויף די פארקערטע זייט, דאס הייסט עס דרייט זיך אויף.