סוכה
פֿון װיקיפּעדיע
סוכה איז דער פראוויזארישער כאַטקע. וואס אידן ציען זיך אריין צו וואונען דארטן אין משך פון יום טוב סוכות.
אינהאַלט |
סכך [באַאַרבעטן]
(ארויסזאגענדיג: סְכאַך) איז דער דאך פון דער סוכה, דאס איז פארעכנט אלס דער וויכטיקסטער טייל פון דער סוכה. לויט די הלכה מוז איר מאַטריאַל זיין נאך פון אן אָבּגעשטינער געוואקס פון דער ערד וואס איז רוי נישט אויסגעאַרבערט אדער פראצעסירט. די הלכה לויטעט אויך אז די סכך מוז זיין געבויט אויפן געדאנק פאר דער מצוה פון סוכה, דער אויסדרוק פון תלמוד איז "לְשֶם מִצוַת סוּכָּה". די ווענט מעגן זיין פון אלערליי מאַטריאַלן און מוז נישט זיין געבויט לשם מצות סוכה.
נוי סוכה [באַאַרבעטן]
הלכה [באַאַרבעטן]
צו זיין כשר, דארף א סוכה האבן כאטש דריי ווענט וואס זענען הויך צען טפחים, און זיין באדעקט מיט סכך.
טעם [באַאַרבעטן]
- דאס ווערט געבויט היינט צוטאגס אלס אנדענק צום באפרייאונג פון מצרים, צו דאנקן גאט פאר די ניסים דאן, אין סימבאליש צייכענט דאס אפ די הימלישע ווענט פון פון די 4 וואלקענעס וואס איז געווען דער איינציגסטער שוץ אין מדבר ווען די אידן האבן דארטן געוואלגערט 40 יאר און עס איז זיי גארנישט געשען קיין שלעכט'ס.
- און דער סעזאן איז אויסגעשטעלט דווקא אין הערבסט סעזאן, בעפאר די ווינטער ווען די פארמער און פלאנצער ענדיגן זייער פעלד ארבייט, וואס אמאל איז יעדער געווען אין אזא ארבייט. און זיי עסן דאן אין אזא סוכה צו פייערן און דאנקן פאר די גוטע פלאנצונג פון יאר. אויך איז די ד' מינים אלס לויב און דאנק פאר די גוט פלאנצונגן
אזהרה: מען פסק'נט נישט קיין הלכה פון וויקיפעדיע.
