שטום לשון
פֿון װיקיפּעדיע
אַ שטום־לשון איז אַזאַ לשון װאָס װערט אָפֿט מאָל געניצט דורך די װאָס זענען שטום (װאָס קענען נישט רעדן) אָדער טױב, און אױך דורך זײערע קרובֿים און חבֿרים. שטאָטס צו ניצן קלאַנגיקע סימנים פּראָדוצירט אינעם מױל, ניצט עס סימנים געשאַפֿן דורך באַװעגונגען פֿון די הענט, דעם פּנים, און אַנדערע טײלן פֿון גוף. אַזױ אַרום קען אַ מענטש קאָמוניקירן מיט אַנדערע אױף אַ פֿליסיקן אופֿן אָן צו ניצן קײן שום קלאַנגען.
עס זענען פֿאַראַן אַ סך אַזעלעכע לשונות: אַ סך לענדער האָבן דאָס אײגענע שטום־לשון. אַפֿילו ענגלאַנד און אַמעריקע האָבן באַזונדערע שטום־לשונות װאָס אײנער װאָס רעדט אײנס פֿון זײ פֿאַרשטײט לחלוטין נישט דאָס צװײטע.