רעדן:קרית יואל זשורנאל
מען מאכט נישט קיין ענציקלאפעדיע ארטיקל פון יעדן בלעטל פון רעקלאמעס. אויב דאס איז טאקע אן אפטייל פון דער בלאט, געהערט די אינפארמאציע דארטן, אין יענעם ארטיקל. --פוילישער 08:12, 1 מערץ 2011 (UTC)
- ס'איז נישט קיין אפיציעלע אפטיילונג פון דער בלאט, נאר עס ווערט אנגעפירט דורכן זעלבן אפיס. אבער עס איז א באזונדערע אויסגאבע. -- די באמערקונג איז געשריבן פון באניצער 24.46.129.57 וואס האט פארגעסן אונטערשרייבן.
- זאל אזוי זיין, אבער זיכער נישט גענוג מערקזאם צו האבן אן אייגענעם בלאט. --פוילישער 23:00, 2 מערץ 2011 (UTC)
פארוואס דען נישט? עס קומט אן צו לכה"פ איבער פיר טויזנט משפחות יעדע איינציגע וואך 24.46.129.57 01:31, 3 מערץ 2011 (UTC)
- לויט די כללים פון וויקיפעדיע אן ארטיקל דארף זיין וועגן א טעמע וואס איז מערקווערדיק. די צאל משפחות צו וועמען מען טיילט א בלעט האט נישט קיין שייכות דערצו. --פוילישער 07:57, 3 מערץ 2011 (UTC)
- לויט מיין שטעלונג איז דאס א געהעריגע טעמע וואס פאדערט א באזונדערן בלאט, עס איז פון די מערקווידיגע זאכן וואס פאסירן אין דעם גרעסטן אידישן שטעטל וואס עס איז נאר פארהאן Wwii study 19:12, 3 מערץ 2011 (UTC)