ראאלד אמונדסען

פֿון װיקיפּעדיע
שפּרינג צו: נאַוויגאַציע, זוכן

ראאַלד ענגלברעגט גראוונינג אַמונדסען (נארוועגיש: Roald Engelbregt Gravning Amundsen;‏ 16טן יולי 1872 – בערך 18טן יוני 1928) איז געווען א נארוועגישער אויספארשער פון פאלארע ראיאנען. ער האט געפירט די אנטארקטישע עקספעדיציע צו אנטפלעקן דעם דרום פאלוס אין דעצעמבער 1911 און ער איז געווען דער ערשטער עקספעדיציע פירער אנצוקומען צום צפון פאלוס אין 1926.[1][2] אויך איז ער געווען דער ערשטער וואס איז אדורכגעגאנגן דעם צפון-מערב דורכפאר (1903-06). אין יוני 1928 איז ער פארשוואונדן געווארן בשעת א טייל נעמען אין אן הצלה מיסיע.

צוזאמען מיט דאגלאס מאסאן, ראבערט פאלקאן סקאט און ערנעסט שאקלטאן איז אמונדסען געווען פון די הויפט אויספארשער פירער אין דער העלדישער עפאכע פון אנטארקטישע אויספארשונגען.


רעפערענצן[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

  1. ראאלד אמונדסען און די 1925 צפון פאלוס עקספעדיציע. Historynet.com. דערגרייכט דעם ‏ 11טן מערץ 2010. (אויף ענגליש)
  2. ראאלד אמונדסען. PBS.org. דערגרייכט דעם ‏ 11טן מערץ 2010. (אויף ענגליש)