קלאד מאנע

פֿון װיקיפּעדיע
שפּרינג צו: נאַוויגאַציע, זוכן
פּיער-אָגוסט רענואַר: קלאָד מאָנע בײַם לײענען אַ צײַטונג
קלאָד מאָנע: אײַנדרוק: זון-אױפֿגאַנג (1872)

קלאָד מאָנע (פֿראַנצױזיש: Claude Monet; דעם 14טן נאוועמבער 1840 - 5טן דעצעמבער 1926) איז געװען אַ פּראָמינענטער פֿראַנצױזישער קינסטלער, אײנער פֿון די גרינדערס פֿונעם אימפּרעסיאָניסטישן נוסח אין מאָלערײַ.

ער איז געבױרן געװאָרן דעם 14טן נאָװעמבער 1840 אין פּאַריז (פֿראַנקרײַך) אין דער משפּחה פֿון אַ שפּײַזקרעמער. זײַן מוטער איז געװען אַ זינגערין.

אין זײַנע בילדער האָט קלאָד מאָנע געשילדערט פֿאַרבנרײַכע אימאַזשן פֿון דער נאַטור, דאָרפֿישע און שטאָטישע לאַנדשאַפֿטן. אין 1872 האָט ער געשאַפֿן זײַן באַרימטן לאַנדשאַפֿט-בילד "אײַנדרוק: זון-אױפֿגאַנג" (Impression: soleil levant). אױפֿן סמך פֿון אָט דעם טיטל, עס האָט זיך שפּעטער באַװיזן דער נאָמען פֿון דער גאַנצער אימפּרעסיאָניסטישער קונסט-באַװעגונג.

קלאָד מאָנע איז געשטאָרבן דעם 5טן דעצעמבער 1926 אינעם שטעטל זשיװערני (Giverny), אין נאָרמאַנדיע. זײַן קבר געפֿינט זיך דאָרטן אױפֿן קלױסטער-צווינטער.

קלאָד מאָנע: װאַסער-ליליעס (1906)
קלאָד מאָנע: אַ פֿרױ אין גאָרטן (1867)
פערזענלעכע געצייג

װאַריאַנטן
נאָמענטיילן
אַקציעס
נאַוויגאַציע
צוזאַמענאַרבעט
געצייג קאסטן
אין אַנדערע שפראַכן