קטורת

פֿון װיקיפּעדיע
שפּרינג צו: נאַוויגאַציע, זוכן

אין דעם בית המקדש איז קטורת געווען א געמישעכטס פון עלף סארט געווירצן וואס מען האט גערייכערט אויפן מזבח הזהב.

די קטורת האט מען מקטיר געווען צוויי מאל א טאג, איין מאל אינדערפרי און איין מאל נאכמיטאג.

אינעם טאג יום כיפור האט מען אריינגעפירט די קטורת אינעם קדשי קדשים אויף א גרויסן לעפל אין מ'האט זי דארט גערייכערט.

חז"ל זאגן אז דאס מקטיר זיין די קטורת איז געווען א סגולה צו עשירות, צוליב דעם האט מען נאר געלאזט יעדן כהן איינמאל אין לעבן עס פראקטיצירן, כדי צו געבן יעדן א געלעגנהייט, אויסער דעם כהן גדול איז געווען ערלויבט עס טאן ווען אימער זיין הארץ האט באגערט.

רעפערענצן[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]