קובי אריאלי
פֿון װיקיפּעדיע
קובי אריאלי (געב' דעם 1טן יולי 1972) איז אַ רעליגיעזער איד, אַ שרייבער אין “מעריב” און אין דעם חרדישן זשורנאַל “בקהילה”. ער וואוינט אין כפר חב"ד און טרעט אויף אלס חרדישער ווארטזאגער צו מסביר זיין די פרומע שטעלונג אויף אקטועלטעטן.
ער איז א קאמיקער, וואס טרעט אויף אויף דער ישראלדיקער טעלעוויזיע. אמאל בעיקר אלס גאסט ביי אנדערע, היינט האט ער אן אייגענע פראגראם אויף קאנאל צוויי, ווי אויך אויפן ארמיי ראדיא.