קובאַן שטאַט אוניווערסיטעט

פֿון װיקיפּעדיע
קובאַן שטאַט אוניווערסיטעט

קובאַן שטאַט אוניווערסיטעט איז אן אוניווערסיטעט פון קראַסנאָדאַר, רוסלאַנד. עס איז איינער פון די גרעסטע און עלצטע אוניווערסיטעטן אין דרום רוסלאַנד.

דער אוניווערסיטעט איז געגרינדעט אין 1920 אין קראַסנאָדאַר. זיין ערשטער רעקטאָר איז געווען ניקאַנדאַר מאַרקס, אַ געוועזענער גענעראל פון דער רוסישער אימפערישער אַרמיי, היסטאָריקער און מומחה אויפן געביט פון דער אַלטער רוסישער פּאַלעאָגראַפֿיע.

אין 1994, איז דער אוניווערסיטעט געווארן אנערקענט ווי איינער פון די פֿירנדיקע אינסטיטוציעס פון העכערער בילדונג אין רוסלאַנד.

אין 2004 און 2005, איז דער אוניווערסיטעט געווארן ראַנגירט צווישן די שפּיץ 100 העכער בילדונג אינסטיטוציעס אין רוסלאַנד און איז באלוינט געווארן דער גאָלדענער מעדאַל פֿאַר אייראפעישער קוואַליטעט.

אין 2008, מיכאַיל אַסטאַפּאָוו, געוועזענער הויפּט פון די קראַסנאָדאַר רעגיאָנאַל בילדונג אָפּטיילונג, איז געווען באשטימט ווי רעקטאָר פון דער אוניווערסיטעט.

וועבלינקען[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]