קאנסערווירונג פון ענערגיע

פֿון װיקיפּעדיע
שפּרינג צו: נאַוויגאַציע, זוכן

קאנסערווירונג פון ענערגיע איז א פרינציפ פון פיזיק. דער פרינציפ שטעלט פעסט אז אין אן איזאלירטער סיסטעם ענדערט זיך נישט די ענערגיע מיט דער לויף פון דער צייט. דאס הייסט אז אין דער סיסטעם קען זיך ענערגיע רוקן פון איין ארט צו א צווייטן, און צו ענדערן איר פארעם, צום ביישפיל קען כעמישער ענערגיע ווערן קינעטישע ענערגיע. אויך היץ איז א פארעם פון ענערגיע. אין טערמא־דינאמיק ווערט קאנסערווירן פון ענערגיע גערופן "דער ערשטער געזעץ פון טערמא־דינאמיק".

אבער מען קען נישט שאפן ענערגיע און מען קען נישט פארטיליקן ענערגיע.

לויט דער ספעציעלער טעאריע פון רעלאטיוויטעט דארף מען צולייגן אז מאסע און ענערגיע זענען גלייכווערטיק, און אין געוויסע אומשטאנדן קענען זיך טוישן איינס אויף אנאנד לויט דער גלייכונג E=mc².

מאטעמאטיש זאגט מען אז דער פרינציפ פון קאנסערווירונג פון ענערגיע שטאמט פון דעם וואס די געזעצן פון פיזיק ענדערן זיך נישט מיט צייט.

פערזענלעכע געצייג

װאַריאַנטן
נאָמענטיילן
אַקציעס
נאַוויגאַציע
צוזאַמענאַרבעט
געצייג קאסטן
אין אַנדערע שפראַכן