קאמפיילער

פֿון װיקיפּעדיע

שפּרינג צו: נאַװיגאציע, זוכן

קאָמפּײַלער (אויך קאָמפּילאַטאָר) איז א קאמפיוטער פראגראם וואס זעצט איבער א געשריבענע פראגראם שפראך צום מאשינס שפראך. למשל א טעקע וואס איז געשריבן געווארן מיטן נאטירלעכן שפראך C טוט דער קאמפיילער עס איבערזעצן אויפן מאשינס שפראך און לינקט צוזאם אלע טעקעס מיט פארשיידענע פונקציעס צו א דורכפירדיקע טעקע (EXE).

אין דעם 'יוניקס' און 'לינוקס' אפערירן סיסטעם איז דער קאמפיילער שוין איינגעבויעט און מען ברויכט אים ניט אינסטאלירן.

[באַאַרבעטן] דיבאגינג (אויסגעפינען באגס)

אויב איז דא אין דער טעקע גרייזן, וועט דער קאמפיילער אויפמערקן גענוי ווו די גרייזן זיינען, אבער דאס אליין איז נישט גענוג, און פראגראמיסטן ניצן זיך מיט נאך פארשיידענע ווערקצייגן וואס מען רופט דיבאגינג אויסצוגעפינען פעלערס און באגס אינעם פראגראם.

[באַאַרבעטן] קאמפיילער פירמעס

היינט צוטאגס פארקויפן די גרויסע פירמעס פארטיקע פאקעטן וואס אנטהאלטן אלע וועגן צו פראגראמירן (א שרייב פראגראם, קאמפיילער, לינקער, דיבאגער). ווי למשל מייקראסאפט מיט איר Visual Studio פאקעט, בארלאנד מיט איר Turbo C++ פאקעט און GNU מיט איר Emacs פאקעט פאר א יוניקס אפערירן סיסטעם.