יוניקס

פֿון װיקיפּעדיע
שפּרינג צו: נאַוויגאַציע, זוכן

יוניקס (רעגיסטרירט האנדל-מארקע UNIX®) איז אן אפערירן סיסטעם. יוניקס איז אנטוויקלט געווארן פאר פירן נעצווערק און ווערט גערעכנט פארזיכערט און פארלעסלעך. זיינע באדערפענישן זענען גאר נידעריג, במילא קען מען אריינשטעלן די סיסטעם אין קאמפיוטערס וואס זענען פארהעלטענישווייז גאנץ שוואך. א הויכע פראצענט פון די באדינסנטן וואס זענען דער יסוד פון דער אינטערנעץ זענען יוניקס סערוויסן. יוניקס איז געווען די ערשטע אפערירן סיסטעם געשריבן אינגאנצן אין העכערע ניווא פראגאמירונג שפראך - C.

אין Unix ניצט מען ~ (טילדע) פאר דער היים־דירעקטאריע.