צענטראל-הייצונג

פֿון װיקיפּעדיע

א צענטראל־הייצונג סיסטעם איז טייטש אז א גאנצע הויז ווערט געהייצט דורך איין צענטראלע הייצונג אפאראט וועלכע צעשפרייט די היץ דורך דאקטס וועלכע גייען ארום די הויז.

די סארט הייצונג איז אויסגעטראפן געווארן בערך 200 יאר צוריק און איז געקומען אין פארשידענע פארמאטן. די ערשטע געלונגענע אזא סיסטעם איז אויסגעטראפן געווארן אין בריטאניע אין 1816 און האט גענוצט די ענערגיע אויפצוקאכן הייסע וואסער וועלכע האט צירקולירט אין רערן. א צווייטע געלונגענע סיסטעם איז אויסגעטראפן געווארן אין אמעריקע אין 1835 וועלכע האט גענוצט ווארימע לופט און אין 1850 האט מען אויסגעטראפן די סטים הייצונג סיסטעם.

היינטיגע צענטראלע סיסטעמען געבן הייצונג פון א צענטראלן אויוון צו א גאנצן הויז, געביידע, אדער עטליכע געביידעס. רוב גרויסע צענטראלע סיסטעמען נוצן הייסע וואסער אדער סטים וועלכע ווערט פארשפרייט אין די רערן. רוב הייזער אין אמעריקע נוצן אזעלכע סיסטעמען און דאס זעלבע איז מיט רוב אפיס געביידעס, האטעלן, און אפילו קאמפלעקסן פון עטליכע געביידעס ווי שאפינג צענטערס.

צענטראלע הייצונג סיסטעמען אין אמעריקע ווערן געברענט דורך אויל, אדער קוילן. די ברענשטאף סופלייעט א פייער וועלכע הייצט מאטעלענע טיילן וועלכע הייצן ווייטער דאס וואסער, סטים, אדער לופט וועלכע צירקולירט אין די רערן. די אלע סיסטעמען ווערן קאנטראלירט דורך א טערמאסטאט וועלכע צינדט אן די הייצונג איינמאל די טעמפעראטור גרייכט די היץ אויף וועלכע עס איז אנגעשטעלט.

אלע צענטראלע סיסטעמען שיקן דאס געהייצטע וואסער אדער פארע צו ראדיאטארן וועלכע זענען ווי א שאכטל מיט עטליכע אפטיילונגען דערין וואו די היץ אדער וואסער צירקולירט ארום און ארום. די ראדיאטארן פארמאגן אלע איין קליינע עפענונג וועלכע קען געעפענט ווערן ארויסצולאזן לופט כדי צו רעגולירן דעם סיסטעם.

די סארט סיסטעמען זענען אין פאקט די בעסטע הייצונג ווייל די רערן וועלכע לויפן ארום דעם הויז, ווערט דאס הויז געהייצט פון אינעווייניג און אלע ווענט און דעכער זענען באשיצט פון דער דרויסנדיגער קעלט, שפארנדיג אסאך ענערגיע. ספעציעל איז וואסער גוט ווייל דאס געהייצטע וואסער בלייבט ווארעם אפילו נאכדעם וואס די סיסטעם לעשט זיך אויס און אזוי דארף מען נוצן ווייניגער ענערגיע.

עס זענען פאראן א רייע צענטראל־הייצונג סיסטעמען:


זעט אויך[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

וועבלינקען[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

וויקימעדיע קאמאנס האט מעדיע שייך צו: צענטראל-הייצונג