הייסע לופט סיסטעם

פֿון װיקיפּעדיע

הייסע לופט סיסטעם איז א וועג פון הייצן א הויז דורך צעשפרייטן ווארימע לופט ארום די הויז דורך דאקס.


סיסטעם סארט 1[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

די מער פשוט'ע ווארימע לופט סיסטעמען באשטייען פון א פייער שאכטל וועלכע באקומט איר ענערגיע פון גאז, אדער עלעקטריק און צעשפרייט די ווארימע לופט אין דאקטס וועלכע זענען אויסגעשפרייט ארום די הויז. די לופט ווערט אריינגעצויגן אדער פון די גאס אדער פון די הויז זעלבסט. די סארט סיסטעמען מוזן זיין אראפגעשטעלט אונטער'ן הויז כדי צו פארזיכערן א גוטע לופט צירקולאציע.


פראבלעמען[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

דער ערשטער פראבלעם מיט אזא סיסטעם איז די לופט זעלבסט וועלכע איז זייער טרוקן און מאכט סטאטיק די גאנצע הויז. אבער געוויסע סיסטעמען האבן א לעזונג דערפאר און נוצן וואסער אינעם סיסטעם און יעדעס ביסל לופט גייט דורך די וואסער נאכ'ן אנגעהייצט ווערן וואו עס נעמט אויף אביסל פייכקייט. אבער דער פראבלעם בלייבט אפילו מיט דעם און די אטמאספערע אין א הויז וואס איז געהייצט מיט אזא סיסטעם איז נישט אזוי אנגענעם ווי א הויז וועלכע איז געהייצט מיט א וואסער סיסטעם.

נאך א פראבלעם מיט די סארט הייצונג איז די אומסטאבילקייט פון די ווארימקייט. לופט קען מען נישט איינטיילן וואו צו גיין און עס וועט זיך אליינס מאכן דעם וועג ארויס לויט איר מאס און איין צימער וועט ווערן ווארימער ווי די צווייטע. אויסער דעם דארף מען האבן גרויסע דאקטס כדי עס זאל קענען קומען גענוג לופט און זיי דארפן זיין גוט ארומגענומען ווייל אביסל קעלט פון אינדרויסן קען גרינג קאלט מאכן די לופט.


סיסטעם סארט 2[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

די צווייטע סארט ווארימע לופט סיסטעם איז די צענטראלע עיר קאנדישן סיסטעם וועלכע גוט אויך הייצונג און איז אריינגעבויט אין זייער אסאך הייזער. די סארט סיסטעם נוצט א פען וועלכע צווינגט די לופט צו גיין פאראויס און איז בעסער קאנטראלירט. די סיסטעמען נוצן פילטערס צו רייניגן די לופט וועלכע עס ציט אריין און טייל פון זיי נוצן גאר שטארקע פאמפס וועלכע קענען שיקן די לופט אפילו אין קליינע דאקטס.


פראבלעמען[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

די סארט סיסטעמען האבן די זעלבע חסרונות ווי פריער דערמאנט מיט'ן אויסנאם אז עס נוצט א פאמפ צו שיקן די לופט און מאכט דאס בעסער צירקולירן. דער הויפט מעלה פון אזא סיסטעם איז אז די איין סיסטעם טוט די הייצונג און אפקילונג פאר'ן גאנצן יאר.


זעט אויך[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]