היץ פאמפ
פֿון װיקיפּעדיע
א היץ פאמפ איז א פארגעשריטענער הייצונג און קילונג סיסטעם וועלכע איז נאר געאייגענט פאר הייזער וועלכע געפינען זיך אין שטעט וואו עס ווערט נישט צו קאלט אין די ווינטער.
די היץ פאמפ נוצט א פאמפ מיט צענדליגער ווענטילאציעס וועלכע פארמאגן יעדע איינע א ספעציעלע רעפרידזשענט וואס איז ווי דינע רערן מיט א געוויסע כעמיקאל דערין. די כעמיקאל איז קאלט און דערפאר ציט עס אריין, מיט די כוח פון די פאמפ, נאר ווארימע לופט. די לופט ווערט דאן געשיקט צו א קאמפרעסאר וועלכע צעדרוקט עס זייער שטארק וואס טוט דאס מאכן הייסער. דערנאך ווערט די הייסע לופט ווייטער פארשפרייט איבער די הויז און אזוי גייט עס ארום און ארום. דאס זעלבע טוט עס אין דער זומער מיט קאלטע לופט און דעמאלט פליסט אריין אן אנדערע כעמיקאל אין די רעפרידזשענט וועלכע איז הייס און ציט אריין אין די ווענטילאציע נאר קאלטע לופט.
ווי געזאגט איז א היץ פאמפ נישט אינטערעסאנט אין א קאלטע ארט וואו די טעמפרעאטור גייט אראפ אונטער 28 ווייל דעמאלט איז נישט פאראן קיין ווארימע לופט און די פאמפ סיסטעם קען דאס נישט באשאפן. טייל הייזער פארמאגן עלעקטריק הייצונג און אויך א היץ פאמפ און אזוי שפארן זיי זיך עלעקטריק ווייל די היץ פאמפ פארשפרייט בעסער די ווארימע לופט.