פרעהיסטאריע

פֿון װיקיפּעדיע
שפּרינג צו: נאַוויגאַציע, זוכן

פרעהיסטאריע (ד"ה פאר היסטאריע) באדייט די צייט איידער מען האט אנגעהויבן שרייבן היסטאריע. פרעהיסטאריע ווערט צעטיילט אין דריי עפאכעס: די שטיין עפאכע, די בראנדז עפאכע און די אייזן עפאכע. אזוי ווי מ'האט נישט געשריבן די פרעהיסטאריע, ווייסט מען נישט קיין סאך וועגן די פרעהיסטארישע צייטן. מען פארלאזט זיך אויף די געצייג פון יענע צייטן, ביינער וואס זענען איבערגעבליבן און בילדער אין היילן.

דעמאלסט האבן מענטשן געוואוינט אין היילן אדער געצעלטן געמאכט פון דעם פעל פון א בעל חי. זיי האבן געמאכט פייער מיט שטיינער, און מיט פייער האבן זיי געקאכט דאס עסן און זיך אנגעווארעמט אין די קאלטע טעג.

די וויסנשאפטן וואס פארשן פרעהיסטאריע זענען ארכעאלאגיע (וואס שטודירט אלטע זאכן פון פרעהיסטאריע), אנטראפאלאגיע (וואס פארשט די אויפפירונג פון מענטשן אין פרעהיסטאריע), פאלעאנטאלאגיע, ביאלאגיע, אסטראנאמיע און געאלאגיע.

ווען פרעהיסטאריע האט געענדיקט און היסטאריע האט אנגעהויבן ווענדט זיך אין דעם ארט. אין מעסאפאטאמיע, כינע און אוראלט עגיפטן האט פרעהיסטאריע געענדיקט און היסטאריע אנגעהויבן מיט טויזנטער יאר צוריק. אין ניי גיני האט פרעהיסטאריע געענדיקט ערשט אין 1900.