אסטראנאמיע

פֿון װיקיפּעדיע
שפּרינג צו: נאַוויגאַציע, זוכן
‫דאָס געזיכט פֿון דער לבֿנה. אַ בילד פֿונעם קאָסמאָסשיף "אַפּאָלאָ", 1969

אַסטראָנאָמיע איז די וויסנשאפט וואס באהאנדלט איבער די הימלען באַװעגונגען, און אַלעס װעגן אַנטװיקלונגען אַרום אונדזער װעלט ו.צ.ב די זון מיט דער לבֿנה, שטערן און אַלע הימל געשעענישן.

אַסטראָנאָמיע װערט גערעכענט אַלס זײער אַן אַלטע װיסנשאַפֿט, װאָס עס איז דערקענט שױן צום װענעגסטן אומגעפֿער 6000 יאָר.

אַסטראָנאָמיע העלפֿט אונדז אָרנגירן אונדזערע צײַט און נוצן זיך מיט דעם נײטיקן קאַלענדאַר װאָס פֿירט אונדזערע טעג, װאָכן, חדשים, און יאָרן אין זײער שטײגער, לױט די זון אָדער (לבֿנה). ‬

אין די אמאליגע צייטן איז אסטראנאמיע געווען די אבזערוואציעס און פארויסזאגען פון די באוועגונגען פון די הימלישע קערפער וואס מען קען זען מיט די אויגן.

היסטאריע[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

די ערשטע אסטראנאמען האבן געזען די שטערן נאר מיט זייערע אויגן. זיי האבן געמאכט מאפעס פון די שטערן און מיט זיי אויסגערעכנט וועלכע צייט אין יאר איז עס.[1] די פריערדיקע ציוויליזאציעס, ווי די מאיא און די אוראלטע עגיפטישע האבן געבויט אבזערוואטאריעס צו קוקן אויף די שטערן און מאכן שטערן מאפעס. זיי האבן אויך אויסגעטראכט וואו די עערד געפינט זיך אינעם אוניווערס.

‫זעט אױך[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

רעפערענצן[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]