פערציג קאפיטלען פון מיין לעבן
פערציג קאפיטלען פון מיין לעבן, איז א היימיש יידיש אויטאביאגראפיע ביכל; דאס צווייטע אפציעלע ביכל, געשריבן דורכ'ן טאלאנטפולער שרייבער און אקטיאר מנשה לוסטיג.
דאס ביכל איז זייער ציענד, און האט באקומען גאר גוטע רעאקציעס, ווערנדיג געשריבן און געלייענט מיט גאר נאטורליכע התרגשות און ערפארונג; שילדערנדיג - פערציג יאר פון לוסטיג'ס לעבן - פון יאר ה'תשל"ח ביז יאר ה'תשע"ח, אין זיין סביבה - שיכון סקווירא - און אויך לאנדאן, ווען ער האט דארט געוואוינט אינצווישנצייט.
אינהאלט
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]דאס ביכל פארמאגט פערציג קאפיטלען, באגלייט מיט היסטאריע בילדער, און דערין איז איינגעהילט דאס אויספירליכע היסטאריע זיינע; פון אלץ קליין קינד, ביז'ן ווערן אנטדעקט אלץ וועלטליכע ארטיסט און אקטיאר.
און טאקע א ספעציעלע מקום פארנעמט אינעם ביכל, א לענגערן שילדערונג וועגן דעם אלוועלטליכן פילם מנשה, וואס איז געשפילט געווארן דורך עהם זעלבסט.