פנחס פעלדמאן

פֿון װיקיפּעדיע

הרב ישראל פנחס הלוי פעלדמאן איז היינט צוטאגס דער ראש הקהל פון קהל בית יהודי, א פראקציע פון נטורי קרתא וואס איז לאקירט אין דער שטאט מאנסי, ניו יארק אין ראקלענד קאונטי. ער איז געוועזן דער אייגנטומער פון דעם יראים טשאפעל אין וויליאמסבורג פאר לאנגע יארן זינט ער האט דאס איבערגענומען פון זיין שווער, דער עסקן און כלל טוען, הרב ישראל הערש פריעדמאן ביז ער האט דאס שפעטער פארקויפט אין די מיטעלע 1980ער יארן פאר משפחת בראך, אזוי אויך איז ער דער פארפאסער פון פארשידענע ספרים און ביכער איבער דער טעמע פון חינוך ביי אידישע קינדער.