פלאך

פֿון װיקיפּעדיע
צוויי פלאכן וואס איבערשניידן אין א דריי־דימענסיעלן רוים

אין מאטעמאטיק, איז א פֿלאַך א פלאכער צוויי־דימענסיעלער אויבערפלאך; דאס איז א גרונטלעכער באגריף.

אין אנדערע דימענסיעס האט מען א פונקט (0 דימענסיעס), א ליניע (1 דימענסיע) און א רוים (3 דימענסיעס).

א פלאך אין דריי דימענסיעס[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

אין דריי דימענסיעס גייען אן די פאלגנדער:

  • צוויי פלאכן זענען אדער פאראלעל אדער זיי איבערשניידן זיך אין א ליניע.
  • א ליניע איז אדער פאראלעל צו א געוויסן פלאך, אדער זיי איבערשניידן אין א פונקט, אדער די ליגט אין דעם פלאך.
  • צוויי ליניעס וואס זענען פערפענדיקולאר צו א פלאך זענען פאראלעל.
  • צוויי פלאכן פערפענדיקולאר צו א געוויסער ליניע זענען פאראלעל.