פונקט (געאמעטריע)

פֿון װיקיפּעדיע
שפּרינג צו: נאַוויגאַציע, זוכן

א פונקט איז א באגריף וואס באשטימט א גענוי ארט אין ספייס. ער האט נישט קיין גרייס, נישט אין פארנעם, נישט אין שטח און נישט אין דער לענג, אזוי איז ער אן אביעקט מיט נול אויסמעסטונגען. פונקטן געהרען צו דער יסודותדיקער שפראך פון געאמעטריע, פיזיק, וועקטאר גראפיק און נאך געביטן. איבעראל אין מאטעמאטיק (און ספעציעל אין טאפאלאגיע) יעדער סארט "ספייס" ווערט גערעכנט אלס א פארזאמלונג פון אינסוף פונקטן.