פידזשי

פֿון װיקיפּעדיע
שפּרינג צו: נאַוויגאַציע, זוכן

פֿידזשי (ענגליש: Fiji; פידזשי שפראך: Matanitu ko Viti; פֿידזשי הינדי: फ़िजी), אפיציעל די רעפובליק פון די פֿידזשי אינזלען (פידזשי שפראך: Matanitu Tu-Vaka-i-koya ko Viti; פֿידזשי הינדי: फ़िजी द्वीप समूह गणराज्य[1] fiji dvip samooh ganarajya), איז אן אינזל פאלק אין דעם דרום פאציפישן אקעאן אומגעפער 2000 ק"מ צפון־מזרח פון ניי זילאנד'ס צפון אינזל. די ארומיגע לענדער זענען וואנואטו צו מערב, נייע קאלעדאניע (פראנקרייך) צו דרום־מערב, קערמאדעק (ניי זילאנד) צו דרום־מזרח, טאנגע צו מזרח, און טואוואלו צו צפון. פידזשי איז באזעצט שוין בערך פיר טויזנט יאר. אין די 17טן און 18טן יארהונדערט האבן די האלענדישע און די בריטישע אויסגעפארשט פידזשי.[2]פידזשי איז געווען א בריטישע קאלאניע כמעט א הונדערט יאר, ביז 1970.[3] מיט א שפע פון וואלד, מינעראל און פיש רעסורסן, איז פידזשי פון די מערסטע אנטוויקלט עקאנאמיעס צווישן די פאציפישע אינזלען.

רעפערענצן[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

  1. Measles On Long Island. wn.com (2010). דערגרייכט דעם 2010-09-15.
  2. Fiji: History. infoplease.com (2005). דערגרייכט דעם 2010-09-15.
  3. Tourism Fiji : A Social, Political and Environmental Case Study. tamu.edu (2007). דערגרייכט דעם 2010-09-15.